מײדלעך פֿון דעם ייִדישן זומער־לאַגער, קעמפּ בױבעריק

מײדלעך פֿון דעם ייִדישן זומער־לאַגער, קעמפּ בױבעריק

 װײַבערטײַטש איז אַ פּאָדקאַסט פּראָגראַם געמאַכט פֿון ייִדיש-רעדנדיקע פֿרױען פֿאַר אַלע װאָס פֿאַרשטײן ייִדיש.

 דער געדאַנק פֿון װײַבערטײַטש איז אַ פּשוטער: מיר בױען אַן אָרט פֿאַר ייִדיש רעדענדיקע פֿעמיניסטן און פֿרױען, אַז זײַ זאָלן קענען שאַפֿן און רעקאָרדירן נײַע אינהאַלט אױף ייִדיש, אַזױ װי לידער, אינטערװיוען, און מעשיות.

װײַבערטײַטש װערט אינספּירירט פֿון אַמאָליקע ראַדיקאַלע-פֿעמניסטישע ראַדיאָ-קאָלעקטיװען, װאָס האָבן געגעבן געלײגנהײטן צו פֿרױען צו רעדן פֿרײַ פֿאר אַן עולם צוהערערס. מיר האַלטן אויכעט אַז מע מוז נוצן ייִדיש נישט נאָר צו רעדן װעגן ייִדיש, נאָר אױך צו רעדן װעגן אונדזער לעבן, מין, מוזיק, אאַ׳װ, כּדי די שפּראַך זאָל געזונט לעבן

װײַבערטײַטש פּראָדוצירערין איז סאָסיִע פֿאָקס (אױף ענגליש, סאַנדי). קען מען לײנען װעגן איר דאָ

אונדזער לאָגאָ האָט שפֿרה װײַסמאַן געמאַכט. קען מע  געפֿונען מער װעגן איר קונסט דאָ.